ניו יארק – דער קליינער אפסטעיט ניו יארק "סטוארט אינטערנעשאנעל" לופטפעלד, האט באקומען דעם "אקעי" פון די "פארט אויטאריטי" צו קענען אונטערנעמען א גרויסן אויסברייטערונג פראיעקט, וועלכע וועט אפקאסטן דרייסיג מיליאן דאלאר, און שאפן פרישע 140 פערמאנענטע דזשאבס אינעם לופטפעלד. "סטוארט" איז נישט געהעריג אויסגעשטאט צו קענען פראצעסירן אינטערנאציאנאלע רייזעס, און מיט די לעצטע נייעס אז לופטליניעס הייבן אן דורכצופירן אינטערנאציאנאלע רייזעס פונעם לופטפעלד, ווילן די אויטאריטעטן אוועקשטעלן א פערמאנענטן ספעציעלן "סעקשאן" פאר די סארט רייזעס. אויסער דעם וועט דער לופטפעלד באקומען א נייעם נאמען – נאכנישט קלאר וועלכע – און עס וועט געבויעט ווערן א "הענגער" פאר פריוואטע פליגערס. די אויסברייטערונג וועט העלפן בכלל צו אקאמאדירן די שטייגנדע צאל מענטשן וואס נוצן דעם לופטפעלד, נאכדעם וואס אין יאר 2017 האט דער לופטפעלד געהאט 450 טויזנט פאסאזשירן, קעגן בלויז 275 טויזנט אין יאר 2016.
הוסף רשומת תגובה