וואשינגטאן – דער ווייסער הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, האט נעכטן אדרעסירט די אישו פון די דאקא אימיגראנטן, וויבאלד דערווייל זעט נישט אויס אז די אישו וועט זיין געלעזט דורך קאנגרעס און סענאט אין די נאענטע טעג. די באשיצונג פאר די דאקא אימיגראנטן, וואס איז באשטעטיגט געווארן אונטער אבאמא, לויפט אפ קומענדיגן מערץ 5, אויף דער פארארדענונג פון פרעזידענט טראמפ, אבער קעלי זאגט אז דאס מיינט נישט אז פון יענעם טאג און ווייטער וועט די פעדעראלע רעגירונג זיך נעמען ארעסטירן הונדערטער טויזנטער דאקא אימיגראנטן און זיי דעפארטירן. קעלי האט קלארגעשטעלט אז די דאקא אימיגראנטן "זענען נישט א פריאריטעט פאר דעפארטאציעס", און וועלן קענען פארבלייבן א לאנגע צייט אין אמעריקע, אויב זיי מאכן נישט קיין פראבלעמען, אפילו אן דעם וואס ס'זאל זיין באשטעטיגט א פערמאנענטע לעזונג פאר זיי דורך קאנגרעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל