פילאדעלפיע – די רעפובליקאנער פארטיי אין פענסילוועניע האט נעכטן אריינגעגעבן א ביטע צום העכסטן סופרים קאורט, ארויסצוגעבן אן אורטייל אז די נייע קאנגרעס דיסטריקט מאפעס וואס דער פענסילוועניע סטעיט סופרים קאורט האט ארויסגעשטעלט, איז אפגעשאפן. די גאנצע זאך באציט זיך איבער אן אורטייל פונעם סטעיט סופרים קאורט, אז די סטעיט'ס דיסטריקטס זענען איינגעטיילט געווארן דורך די רעפובליקאנער אויף אן אומ'יושר'דיגן פארנעם, און די סטעיט געריכט האט פארארדנט די רעפובליקאנער לעגיסלאטור צוזאמצושטעלן נייע מאפעס. די רעפובליקאנער האבן דאס געטאן, אבער דער געריכט איז נישט געווען צופרידן דערפון, און האט ארויפגעצוואונגען איר אייגענע נייע מאפע פון דיסטריקטס, יושר'דיג צעטיילט נישט צו אונטערדרוקן דעמאקראטיש-רעגיסטרירטע וויילער. די רעפובליקאנער זענען נישט צעפרידן און ווילן אז דער סופרים קאורט זאל עס בלאקירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל