וואשינגטאן – מ'רייסט און מ'שלאגט זיך אינערהאלב דער קאנגרעסיאנאלער שפיאנאזש קאמיטע, לויט א באריכט פון "סי בי עס ניוז" נעכטן. דער באריכט ברענגט נאך פון קוועלער אין דער קאמיטע, אז די רעפובליקאנער, וועלכע פירן אן די קאמיטע, פלאנירן צו בויען א פיזישע וואנט, וועלכע וועט אפטיילן פון די רעפובליקאנער שטאב מיטגלידער אויף דער קאמיטע, און די דעמאקראטישע שטאב מיטגלידער אויף דער קאמיטע. אויב וועט דאס טאקע צושטאנד קומען, וועט דאס זיין א גאר זעלטענע זאך, וויבאלד די שטאב פון קאנגרעסיאנאלע קאמיטעען ארבעטן געווענליך האנט ביי האנט, וויבאלד די קאמיטע באהאנדלט געווענליך נישט קיין פאליטישע זאכן – אבער דאס האט זיך געטוישט אין די לעצטע וואכן, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער פון דער קאמיטע האבן ארויסגעגעבן די "מעמא", צו באשולדיגן די עף-בי-איי און יוסטיץ דעפארטמענט אלס קארופטירטע פרא-אבאמא אגענטורן.

בילד: מעמא


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל