דעטרויט – די פעדעראלע לעיבאר דעפארטמענט האט נעכטן געמאלדן, אז פראדוקטיוויטעט פון אמעריקאנער ארבעטער איז געפאלן אינעם לעצטן עקאנאמישן פערטל פון יאר 2017. ספעציפיש זאגט די לעיבאר דעפארטמענט, אז פראדוקטיוויטעט איז געפאלן מיט 0.1 פראצענט, וואס איז א שטארקע אנטוישונג, וויבאלד עקאנאמיסטן האבן געהאט פאראויסגעשאצט א שטייגונג אין פראדוקטיוויטעט פון 1.0 פראצענט. קוקנדיג אויף גאנצן יאר 2017, איז פראדוקטיוויטעט יא געשטיגן מיט א סך הכל פון 1.2 פראצענט, וואס איז דער שטארקסטער הייב זינט יאר 2015, אבער עקאנאמיסטן זאגן אז דער פאקט אז ס'איז געפאלן אין לעצטן פערטל, איז צוליב א מאנגל אין ארבעטער, און עס צייגט אז ס'וועט זיין שווערער צו עררייכן אן עקאנאמישן וואוקס פון 3 פראצענט יערליך, ווי טראמפ צילט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל