דער גרויסער גליטש וואס דאס שניי-אייז געמיש האט נעכטן אנגעברענגט האט געפירט צו א עקסידענט-קייט פון 25 אויטאמאבילן אויף דער 'מאריא קאומא' (טאפאן-זי) בריק.

דער ערשטער קראך האט זיך אפגעשפילט 9:30 אינדערפרי, אויף דער זייט וואס פירט ארויס פון ראקלענד קיין וועסטשעסטער. ביז עטליכע מינוט האט א טרעילאר אריינגעקראכט אינעם געשטראנדעטן קאר, וואס האט געברענגט א סעריע פרישע עקסידענטס.

עטליכע מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן און דער פארקער אויף דער בריק איז געקומען צו פולשטענדיגן אפשטעל, כדי צו דערמעגליכן די אמבולאנסן אנצוקומען צו די געשעדיגטע מענטשן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל