קאליפארניע – דער "וואל סטריט זשורנאל" האט געכאפט א שמועס מיט עטליכע ריעל עסטעיט אגענטן, וועלכע פארקויפן הייזער אין די גאר רייכע געגנטער אין קאליפארניע, און זיי געבעטן צו דערציילן פארשידענע מאדנע עפיזאדן וואס זיי האבן מיטגעמאכט אויף די אייגענע הויט, ביים האנדלען מיט רייכע ביליאנערן בשעת זיי האבן געקויפט הייזער. דזשאש פלעיג האט דערציילט אז איינמאל האט ער שוין געהאלטן ביים "קלאוזן" אויף א מולטי-מיליאן דאלערדיגן הויז, ווען דער רייכער קויפער האט זיך דערמאנט אז ער וויל ברענגען א ספעציעלן גלח, אז יענער זאל "בענטשן" דאס הויז בעפאר ער פארקויפט עס. מ'האט יענעם געמאכט א פאספארט, ווייל ער האט געדארפט קומען פון מעקסיקא, און ס'האט פארצויגן די "קלאוזינג" מיט עטליכע טעג, קאסטנדיג אפאר טויזנט דאלאר פאר'ן אגענט. א צווייטער אגענט זאגט אז ער האט רייכע קונדן, וואס בעפאר זיי קויפן א הויז, באשטעלן זיי אריין א רייכן מאלצייט און זעצן זיך אראפ עסן, ווייל זיי ווילן שפירן וויאזוי עס וועט זיין פאקטיש צו וואוינען אינעם הויז.
הוסף רשומת תגובה