סעאל – דער "וואל סטריט זשורנאל" האט נעכטן געהאט אן אינטערעסאנטן באריכט, אז דרום קארעא דעקט די קאסטן פון צפון קארעא'ס אנטיילנעמונג ביי די יעצטיגע אנגייענדיגע אלימפיקס אין דרום. די צוויי שונאים פונקציאנירן יעצט מיט א זעלטענע פריינטליכקייט און נאענטשאפט ביי די אלימפיקס, און יעצט הערט מען גאר אז דרום קארעא צאלט אזויפיל ווי 2.7 מיליאן דאלאר, אז עס זאל גארנישט קאסטן פאר צפון קארעא. עס איז נישט קיין נייעס אז צפון קארעא לעבט אויף יענעמ'ס פעני, וויבאלד די קאמוניסטישע רעגירונג צאלט קיינמאל נישט אירע חובות פאר אנדערע לענדער, אריינגערעכנט ווען אירע דיפלאמאטן שטייען איין אין האטעלן אדער באקומען פארקינג טיקעטס, אבער פארט איז אינטערעסאנט אז דרום קארעא איז גרייט זיך אזוי שטארק אויסצושטרעקן פאר איר קאמוניסטישן שכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל