די בעלגישע פאליציי האט ארעסטירט דעם דרייווער פון אן אויטאמאביל, וועלכער האט פארגאנגענעם שבת אינדערפרי פרובירט איבערצופארן א חרדי'שן טאטן און זיין יונגל.

דער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט שבת אינדערפרי, ארום 8:30, ווען דער טאטע איז געווען אויפ'ן צו שחרית, ווען א פארבייפארנדער מאטאריסט איז ארויפגעפארן אויפ'ן סיידוואק, צילנדיג די צוויי אידן, וועמען ס'איז געלונגען אפצושפרינגען און זיך אריינשארן הינטער א גאס-לאמפ.

דער קאר איז באלד אנטרינען פון ארט, אבער מיט דער הילף פון זיכערהייטס-קאמערעס האט די פאליציי באוויזן יענעם צו אידענטיפיצירן און ארעסטירן.

די בעלגישע אינסטאנצן האבן נישט ארויסגעגעבן די אידענטיטעט פונעם מאטאריסט, אויסער'ן זאגן אז יענער איז אן "אויסלענדער", אבער דאס מדינת ישראל נייעס-אגענטור, 'כּאן', האט געוואוסט אנצוגעבן אז דער פארדעכטיגטער איז א מוסולמענער.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל