מיזורי – נעכטן איז פובליצירט געווארן א שטודיע, וועלכע צייגט אז א מערהייט איינוואוינער אין געגנטער וועלכע פלאגן זיך מיט הויכע ראטעס פון קרימינאלע אקטיוויטעטן און פאליציי שיסערייען, האבן פארט רעספעקט פאר די פאליציי. די שטודיע, פון דער "סטעיט אוו אפארטוניטי אין אמעריקע" ארגאניזאציע, צייגט אז העכער 7 פון יעדע 10 איינוואוינער אין די סארט געגנטער זאגן אז זיי האבן היבש אדער א סאך קאנפידענץ אין די פאליציי אפיצירן וועלכע פאטראלירן זייערע געגנטער, און אן ענליכע הויכע ציפער זאגן אז זיי האבן רעספעקט פאר די אפיצירן. די שטודיע איז גוטע נייעס, ווייל עס צייגט אז די באציאונגען צווישן פאליציי דעפארטמענטס און מינאריטעטן געמיינדעס האבן זיך שוין עטוואס אפגעקילט, נאכדעם וואס די לעצטע פאר יאר זענען געווען גאר היציג, מיט פארשידענע אינצידענטן וואו ווייסע אפיצירן האבן געשאסן אומשולדיגע שווארצע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל