אויטאריטעטן האבן געעפנט אן אויספארשונג אין אן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט אין דער רייקערס איילאנד תפיסה, ווען אן ארעסטאנט איז מיאוס צעשניטן געווארן אין פנים דורך א צווייטן אין דער תפיסה.

דער קרבן, וועלכער איז געגאנגען אפנעמען א פרוכט וואס ער האט פריער אוועקגעלייגט אין ווינקל, איז דארט באפאלן געווארן דורך אן ארעסטאנט וואס זיצט דארט צוליב מארד-קלאגעס. דער שטעכער האט קודם פרובירט דערלאנגען דעם קרבן מיט'ן פויסט, און ווען יענער האט זיך פרובירט פארטיידיגן, האט דער איבערפאלער ארויסגענומען א מעסערל און יענעם צעשטאכן דאס פנים.

דער געשטאכענער, וועלכער דינט אויס א דריי-חדשימ'דיגן אורטייל פאר א גניבה פון א געשעפט, איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.

דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר האבן אין דער זעלבער תפיסה זיך אפגעשפילט איבער 140 אזעלכע אינצידענטן מיט גוואלדטאטן צווישן די ארעסטאנטן, און אקטיוויסטן האבן שארף קריטיקירט די טורמע-באהערדע פאר'ן נישט טאן צו דער זאך צו פארזיכערן די וואוילזיין פון די ארעסטאנטן.

רייקערס איילאנד איז באזונדערס בארימט צוליב דער קולטור פון הפקרות וואס באהערשט דאס פלאץ, און סקאנדאלן ארום דער תפיסה זענען שוין עטליכע מאל אויפגעקומען, מיט 39 טויטפאלן אין דער טורמע זינט 14'. מעיאר דעבלאזיא האט אין דער פארגאנגענהייט פארשפראכן צו פארמאכן די טורמע דורכאויס די קומענדיגע צען יאר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל