די אמעריקאנער אמבאסאדע געביידע אינעם לענדל מאנטאנעגרא אינעם באלקאן ראיאן איז היינט אטאקירט געווארן ווען א פארשוין האט אריינגעווארפן אן האנט גראנאט אינעם געביידע, און האט דאן זיך אליין אומגעברענגט פון נאך אן אויפרייס, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין די אטאקע און בלויז דער אטאקירער איז אומגעקומען. פאליציי האט אידענטיפיצירט דעם פארשוין אלס דער 43 יערגיער דאליבער דשאוקאוויטש, א געוועזענער זעלנער וועלכע האט געקעמפט אין די ארמיי פונעם סערבישן דיקטאטור מילצאוויטש, און ווי עס שיינט האט ער נאך געהאלטן א פאראיבל אויף אמעריקע איבער די באמבאדירונגען אין סערביע און אין מאנטאנעגרא אין 1999, ער האט געהאט באקומען א פערזענליכע מיליטערישע אויסצייכענונג פונעם דיקטאטור.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה