שרעקליכע פארשוועכונג פונעם ציון בעל פנים מאירות

אידן וואס זענען געקומען מתפלל זיין נעכטן ביים ציון פונעם הייליגן פנים מאירות, זענען געכאפט געווארן אין שאק, צו געפונען אז די מצבה מיטן גדר ארום דעם קבר, זענען נישט דא!

די ארגינאלע מצבה, וועלכע שטייט שוין דארט מיום קבורתו עד היום הזה - זייט כ״ז סיון תק״ד, פאר 274 יאר אין איין המשך, איז פשוטו כמשמעו פארשוואונדן געווארן.

עס איז שנעל פארשפרייט געווארן די שוידערליכע ידיעה, און עסקנים פון אלע זייטן האבן זיך אריינגעלייגט אויסצוגעפונען וואס עס האט דא פאסירט. ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט א גוי'שע איינגעשטעלטע פונעם פרייע קהילה אין עסטרייך מחליט געווען אויפן אייגענע האנט צו גיין באנייען די מציבה, און האט  אוועקגעטראגן דאס שטיין אהן זיך דורך צו רעדן מיט סיי-וועם, און איבערגעלזט דאס פלאץ ליידיג.

די חרדישע ציבור אין וויען, ובראשם זייערע רבנים, וועלכע פאלגן כסדר נאך יעדע טריט און שריט בנוגע בתי חיים אין לאנד און האבן אן אפמאך מיטן פרייע קהילה אז זיי וועלן גארנישט טוהן אהן די הסכמה פון רבנים, זענען ארויס מיט א געשריי אויפן בזיון המקום. זיי פארשרייען די פרעמדע הענט וועלכע האבן פארשוועכט דעם הייליגן צדיק מאורן של ישראל. זיי פארלאנגן אז מען זאל שוין צוריק שטעלן די מציבה, און פארפירן מיט אלע מיטלען אז מער זאל קיין גוי נישט קענען שולט זיין אין א בית החיים.

נאך וואס עס איז באקאנט געווארן די שרעקליכע מצב הציון, זענען צענדליגע יודען בהוראת רבני העיר וויען הרה״ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט״א און הרה״ג רבי אלכסנדר אשר מרגליות שליט״א, ארויסגעפארן קיין אייזענשטאט און בשם כל הקהל איבערגעבעטן דעם הייליגן פנים מאירות.

עס איז געהערט געווארן ווארמע דברי התעוררות פון הרה״ג הרב מרגליות שליט״א, וועלכע האט מוחה געווען אויפן בזיון הגדול און איבערגעבעטן דעם צדיק, און אזוי אויך פארשפראכן צו טוהן וואס מעגליך צו פארעכטן דעם שאנד. דערנאך איז געשטעלט געווארן א צייטווייליגע צעטל מיטן נוסח המציבה.

א בילד פונעם מקום הציון הקדוש אן קיין מצבה רח"ל: 
בילד

די ארגינאלע מצבה: 
בילד

פון יציב פתגם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל