וואשינגטאן – די דעמאקראטישע פירערשאפט אינערהאלב די קאנגרעסינאלע שפיאנאזש קאמיטע האט נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן אביסל ארומטוישן און איבערמאכן זייער "מעמא" איבער די עף-בי-איי און רוסלאנד אויספארשונג, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט זיך אנטזאגט צו באשטעטיגן אז מ'זאל עס ארויסגעבן. טראמפ האט געשריבן אז די סיבה פארוואס ער קען עס נישט פובליצירן, איז וויבאלד עס איז אנגעפילט מיט גאר האקעלע דאקומענטן און קלאסיפייד אינפארמאציע, אויך איז עס געשריבן זייער פאליטיש גענויגט און עס איז צו לאנג. טראמפ האט באשולדיגט אז די דעמאקראטן האבן דירעקט געשריבן זייער מעמא, אזוי אז ער זאל עס נישט קענען ארויסגעבן און אז זיי זאלן קענען שרייען אז ער פרובירט צו באהאלטן זאכן מיט'ן נישט ארויסגעבן די מעמא – און נעכטן האט מען געהערט פון דעמאקראטישע קאנגרעס באאמטע, אז זיי וועלן איבערארבעטן די מעמא, און עס נאכאמאל שיקן צום ווייסן הויז פאר א באשטעטיגונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל