אלבאני – א פעדעראלער ריכטער אין ניו יארק האט נעכטן אוועקגעשטעלט דעם דאטום פאר'ן פרישן פראצעס קעגן שעלי סילווער, דער געוועזענער פירער פון די ניו יארק סטעיט אסעמבלי. סילווער איז ארעסטירט געווארן אין יאנואר יאר 2015, אויף א סעריע קארופציע קלאגעס, און אין יאר 2016 האט אים א ריכטער פאראורטיילט צו צוועלף יאר טורמע. דער אורטייל און די שולד-דעקלעראציע קעגן אים, איז אנולירט געווארן דורך אן אפעלאט געריכט אין יאר 2017, און גלייך האבן פעדעראלע פראקורארן דערקלערט אז זיי וועלן פונדאסניי אים אנקלאגן און וועלן דאסמאל ברענגען שטארקערע באווייזן. אצינד האט א פעדעראלער ריכטער געשטעלט דעם דאטום, אפריל 16, ווען סילווער וועט פריש געשטעלט ווערן פאר א פראצעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל