וואשינגטאן – "רויטערס" באריכטעט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט א נייעם פלאן, מיט'ן ציל צו צוימען דוקא "לעגאלע" אימיגראציע קיין אמעריקע. לויט פעדעראלע געזעצן, אויב אן אויסלענדישער בירגער וואוינט אין אמעריקע לעגאל, מעג ער געניסן פון די פארשידענע רעגירונג בענעפיטן, אריינגערעכנט האוזינג הילף, מעדיקעיד, פוד-סטעמפס, רעגירונג-באצאלטע פרי-סקול און ענליכעס – און אצינד וויל די טראמפ אדמיניסטראציע איינשטעלן, אז אן אויסלענדישער וואס געניסט פון די פראגראמען, און ער וויל נאכדעם אריינגעבן אן אפליקאציע צו ווערן א פערמאנענטער אמעריקאנער בירגער, וועט עס צוריקגעוויזן ווערן, ווייל מיט'ן נעמען די רעגירונג הילף האט ער געצייגט אז ער וועט נישט זיין קיין פראדוקטיווער בירגער, נאר ער וועט זיין אנגעוויזן אויף רעגירונג הילף. עסקנים זאגן אז דאס קען נעגאטיוו אפעקטירן אידישע קינדער-געבענטשטע פאמיליעס וועלכע ציען זיך פון אויסלאנד קיין אמעריקע.

בילד:נייע אימיגראציע- צוימונג פלאןש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל