זינט די שוידערליכע שיסעריי דעם מיטוואך אין די פלארידע שולע האבן די סטודענטן וועלכע האבן מיטגעלעבט די טראומאטישע איבערלעבעניש באשלאסן נישט צו שווייגן נאר אויסנוצן די געלעגנהייט צו פארמיידן אזעלכע אינצידענטן אין די צוקונפט דורך פארלאנגן פון וואשינגטאן פאליטיקאנטן צו איינפירן שטייפע גאן קאנטראל געזעצן.

ביי א מאסיווע ראלי נעכטן אין פארט לארדעיל האבן צענדליגע סטודענטן זיך אנגעשלאסן אין טויזנטער פלארידע איינוואוינער וועלכע האבן פארשריגן די הארטנעקיגקייט פון פאליטיקאנטן וועלכע דינען די מאכטפולע גאן לאבי און פירן נישט דורך קיין נארמאלע גאן קאנטראל געזעצן טראץ וואס אמעריקע ליידט פון א שוידערליכע עפידעמיע פון מאסן שיסערייען.

איינע פון די סטודענטן וועלכע האט אויפגעטרעטן האט מיט טרערן אראפגעמאלן ווי ווייטאגליך עס איז אז דער פרעזידענט האט באשולדיגט די פריינט אז זיי האבן נישט באריכטעט, טראץ וואס זיי האבן יא באריכטעט, און האט אנגעוויזן אז דער פרעזידענט האט געשטיצט א געזעץ מיט א יאר צוריק וועלכע מאכט עס גרינגער פאר גייסטישע אומסטאבילע צו קויפן א גאן.

די סטודענטן האבן געעפנט א נאציאנאלע קאמפיין און געמאלדן אז זיי וועלן אפהאלטן א מאסיווע מארש קיין וואשינגטאן דעם קומענדיגן מערץ 24 אונטער׳ן נאמען ״מארש פאר לעבן״ און וועלן פארלאנגן שטרענגערע גאן געזעצן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל