פרעזידענט טראמפ האט פארשפראכן אריבערצופירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, אין טראנספארטאציע מיניסטער ישראל כ"ץ האט היינט געמאלדן אז דער דאטום דערפאר איז באשטימט געווארן אויפ'ן קומענדיגן מאי 14, אין צוזאמהאנג מיט'ן זיבעציגסטן יארטאג זינט דער גרינדונג פון מדינת ישראל.
"כ'וויל גראטולירן דאנאלד טראמפ, פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אויף זיין באשלוס אריבערצופירן די אמעריקאנער אמבאסאדע קיין ירושלים דורכאויס מדינת ישראל'ס זיבעציגסטן אומאפהענגיגקייטס טאג," האט כ"ץ געשריבן.
דער באריכט, וואס איז אויך געמאלדן געווארן אין דער ארטיגער פרעסע, איז דערווייל נישט באשטעטיגט אדער אפגעלייקנט געווארן דורכ'ן ווייסן הויז.
אין צוזאמהאנג מיט דעם באריכט, האט די געהילף-אויסערן מיניסטארשע, ציפי חוטובלי, געמאלדן אז אין צוגאב צו אמעריקע און גואטאמאלא, האבן צען פרישע לענדער געמאלדן זייער וויליגקייט אריבערצופירן זייערע אמבאסאדעס קיין ירושלים.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה