לאס אנדזשעלעס – עס איז עפעס וואס מ'האט שוין געהערט באריכטעט עטליכע מאל, אבער יעצט האלט עס נענטער צו רעאליטעט, אז "עמעזאן" וועט גרינדן איר אייגענע שיפינג סערוויס, וואס וועט זיין געצילט פאר גרויסע ביזנעסער צו שיקן זייערע פראדוקטן דירעקט צו די קאסטומערס וועלכע האבן דאס באשטעלט. דער "וואל סטריט זשורנאל" באריכטעט, אז די פירמע איז דערווייל ערווארטעט צו טראגן דעם פשוט'ן נאמען "שיפינג מיט עמעזאן", און עס וועט זיך אנהייבן אין געציילטע וואכן ארום אין לאס אנדזשעלעס, געצילט קודם טאקע נאר פאר ביזנעסער וואס פארקויפן פראדוקטן אויף עמעזאן, אבער מיט די צייט וועט זי צושטעלן די סערוויס אויך אין אנדערע סיטיס, און אפילו פאר אינדיווידועלן, און נישט דוקא ביזנעסער. עמעזאן צילט צו זיין גאר ביליג מיט אירע שיפינג פרייזן, וואס וועט ברענגען א קריג צווישן איר און יו-פי-עס און פעדעקס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל