יאפאן – דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט, מייק פענס, וועלכער באזוכט יעצט דרום קארעא אנטיילצונעמען אין די ארטיגע אלימפיק שפילן עפענונג צערעמאניעס, האט געגעבן א רעדע, ביי וועלכע ער האט שארף פארדאמט צפון קארעא'ס נאכאנאנדע נוקלעארע אקטיוויטעטן. פענס האט געמאלדן אז די טראמפ אדמיניסטראציע טוט אצינד באטראכטן די מעגליכקייט פון גאר הארבע פרישע סאנקציעס אויף צפון קארעא, וואס וועט האפנטליך זיין אזוי שווער און טראומאטיש, אז ס'וועט צווינגען דעם צפון קארעא רעזשים צום פארהאנדלונגס טיש. פענס האט אבער אין דער זעלבער צייט נישט געוואלט אויסשליסן די מעגליכקייט, אז ער וועט זיך טרעפן מיט פארשטייער פון דעם צפון קארעא רעזשים, וועלכע נעמען אויך אנטייל אין די זעלבע אלימפיק צערעמאניעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל