דער וויצע-פרעזידענט פונעם 'אידישן וועלט קאנגרעס', ראבערט זינגער, האט אפגעטראגן א פעטיציע צום פרעמיער מיניסטער פון בולגאריע, באיקא באריסאוו, וואס פאדערט אים אויף אפצושטעלן א געפלאנטן נעא-נאצי מארש.

די פעטיציע, אונטערגעשריבן דורך 175-טויזנט מענטשן, פארלאנגט פון בולגאריע נישט צוצולאזן דעם געפלאנטן מארש, וועמענס ציל איז צו גלאריפיצירן דעם אנדענק פון א נאצי-פארבינדעטער בולגארישן מיניסטער דורכאויס דער צווייטער וועלט-מלחמה.

דער מארש ווערט אפגעהאלטן אין דער הויפטשטאט, סאפיא, יעדעס יאר זינט 03'. די בולגארישע רעגירונג האט אין דער פארגאנגענהייט אונטערגענומען שריט צו צוימען דעם מארש, וועלכן זי האט אבער נישט אינגאנצן פארווערט.

בילד: אידישער וועלט קאנגרעס פראטעסטירט בולגארישן נאצי-מארש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל