סירישע נייעס קוועלער באריכטן אז מדינת ישראל באמבאדיר פליגער האבן אטאקירט מיליטערישע איינריכטונגען אין דמשק, אבער האט אנגעגעבן אז די סירישע מיסיל שוץ סיסטעמען האבן אראפגעשאסן די מערהייט פון די מיסילס. די סירישע רעגירונג זאגט אז די אטאקעס האבן געצילט א פארש צענטער פון די ארמיי, א צענטער וועלכע מאנכע זאגן ווערט גענוצט צו אנטוויקלן כעמישע וואפן. אבער עס געפונען זיך דארט אויך מילטערישע זאפאסן פון אמוניציע וואס איז ווארשיינליך געווען אויפ׳ן וועג פאר די כיזבאלע טעראר גרופעס. עס איז די אפיציעלע פאליסי פון מדינת ישראל צו באמבאדירן פארגעשריטענע מיסילס וועלכע קענען אנקומען צו כיזבאלע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל