בודאפעסט – א ספעציעלע סטאטוע איז אוועקגעשטעלט געווארן אין בודאפעסט, אונגארן, אין עהרע פונעם פארשטארבענעם אידישן אמעריקאנער קאנגרעסמאן, טאם לענטאס, וועלכער איז געווען אן איבערלעבער פונעם צווייטן וועלט קריג. לענטאס איז געבוירן געווארן אין אונגארן, און ווען די נאציס ימ"ש זענען אריינגעקומען אין אונגארן, איז ער פארשיקט געווארן צו אן ארבעטס לאגער זייענדיג 16 יאר אלט. ער האט באוויזן צו אנטלויפן און זיך אויסבאהאלטן אין א הויז וואס דער שוועדישער דיפלאמאט און חסיד אומות העולם ראאול וואלענבערג האט געהאט אוועקגעשטעלט, און שפעטער האט לענטאס געהאלפן וואלענבערג מיט'ן ליפערן עסנווארג צו די שוץ-הייזער. נאכ'ן קריג איז ער געקומען קיין אמעריקע און איז שפעטער געלאפן פאר קאנגרעס, זייענדיג דער סאמע איינציגסטער אידישער מלחמה איבערלעבער צו דינען אלס קאנגרעסמאן אין אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל