א פראנצויזיש געריכט האט צוריקגעצויגן פון א פריערדיגן באשלוס און מודה געווען אז דער מארד פון אן ארטאדאקסיש-אידישער פרוי איז מאטיווירט געווארן דורך שנאת ישראל.

די 65-יעריגע שרה אלימי איז פאראיאר אומגעברענגט געווארן דורך א מוסולמענישן שכן, וועלכער האט דערביי אויסגעשריגן "אללא אכבאר", אבער דאס געריכט האט נישט געוואלט באצייכענען די רציחה אלס אנטיסעמיטישן אקט, וואס וואלט געגעבן דעם מערדער א שטרענגערע שטראף.

איבערקוקנדיג די באווייזן האט א ריכטער יעצט געאורטיילט, אז דער רוצח איז יא באגאנגען דעם מארד צוליב שנאת ישראל, און דער פראצעס וועט דאס נעמען אין חשבון ביים פאראורטיילן דעם מערדער.

די מערדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל