תל אביב – איזראעלישע מידיא האט אויפגעדעקט, אז א באריכט וואס די מדינת ישראל רעגירונג גרייט זיך די וואך ארויסצוגעבן איבער'ן אינצידענט וואס האט פאסירט פארגאנגענע וואך, ווען אן איזראעלישע עף-16 פליגער האט אראפגעקראכט אינמיטן באמבארדירן סיריע, דעקט אויף אז דער פליגער האט אפילו נישט אראפגעקראכט אלס רעזולטאט פון א סירישן מיסיל.

אינעם דערווייל-געהיימען באריכט, שרייבן די איזראעלישע מיליטערישע אנאליסטן, אז די סירישע מיסילס זענען געווען גאר אלטע סארט רוסיש-פאבריצירטע מיסילס, וועלכע האבן ניטאמאל די מעגליכקייט אראפצושיסן די פארגעשריטענע אמעריקאנער-פאבריצירטע עף-16 פליגערס – נאר די אנאליסטן קומען צום אויספיר אז דער פליגער האט אראפגעקראכט צוליב א מאלפונקציע מיט'ן פליגער. דאס הייסט אז די מאסיווע נקמה-באמבארדירונג וואס מדינת ישראל האט דורכגעפירט נאכדעם, איז געווען פשוט לעכערליך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל