האוואנא – די קובאנער רעגירונג האט נעכטן געגעבן אן אפיציעלע וויזע, פאר א הויכראנגיקן אמעריקאנער דיפלאמאט, אז ער זאל קענען אריינקומען קיין קובא און אננעמען די פאזיציע פון הויפט אמעריקאנער קאנסול אינעם אמעריקאנער אמבאסאדע אין דער הויפטשטאט האוואנא – די זעלבע אמבאסאדע וועלכע איז ביז יעצט געווען אויסגעליידיגט פאר עטליכע מאנאטן, נאך מיסטעריעזע "סאניק" אטאקעס אויף די דיפלאמאטן. טראמפ האט געהאט סיגנאליזירט אז ער וויל צוריק אפקילן די באציאונגען מיט קובא, אבער אנאליסטן זאגן אז דאס וואס טראמפ האט געשיקט א נייעם הויפט דיפלאמאט, און אז קובא האט יענעם אקצעפטירט, ווייזט אז טראמפ וויל יא אנהאלטן די נענטערע באציאונגען מיט קובא, נאכדערצו אז טראמפ האט אויסגעוועלט צו שיקן פיליפ גאלדבערג, א לאנגיעריגער אמעריקאנער דיפלאמאט מיט גאר א סאך ערפארונג און רעספעקט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל