אידישע וועטער באריכט


נאך א רעגענדיגע זונטאג און א רעגענדיגע חודש פאר ניו יארק, איז די וועטער לעצטענס מער ענליך צו סיאטעל אדער לאנדאן...

די גוטע נייעס איז, אז עס קומט א פאר הערליכע מערסטענס-זוניגע און קיהלע טעג. צום באדויערן, ענדיגט זיך די שיינע וועטער ביי תענית אסתר, און רעגן קומט אן פורים בייטאג. עס וועט זיך אנהויבען במשך די טאג, אבער ערשט וועט דער רעגן זיין לייכט. א גרויסע שטורם וועט זיך דעוועלאפען ענדע וואך אין די נארטאיסט, און ביי דאנערשטאג נאכט, פרייטאג און אפילו מעגליך שב"ק, קענען מיר זעהן שווערע פארפלייצענדיגע רעגן, שטארקע ווינטען ווי אויך ערענסטע קאוסטעל פלאדינג. אפסטעיט קען אפילו זעהן עפעס שניי פון דעם שטורם, פרייטאג און פרייטאג צונאכטס.

די פרטים זענען נאך נישט קלאר, אבער מיר וועלן אי"ה האלטען אן אויג, און אפדעיטען דער עולם דורכאויס די קומענדיגע וואך.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט☁️40
מאנטאג-🌤57
נאכט-🌛38
דינסטאג-🌤55
מיטוואך-🌤55
ליל פורים-🌛☁️42
פורים -☁️/☔️48
פרייטאג-☔️💨45
שבת-🌥45
זונטאג-🌤47

לעיקוואוד
היינט נאכט☁️42
מאנטאג-🌤56
נאכט-🌛30
דינסטאג-🌤57
מיטוואך-🌤58
ליל פורים-🌛☁️42
פורים -☔️48
פרייטאג-☔️💨48
שבת-🌥48
זונטאג-🌤48

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט☁️32
מאנטאג-🌤53
נאכט-🌛27
דינסטאג-🌤52
מיטוואך-🌤52
ליל פורים-🌛☁️36
פורים -☁️/☔️47
פרייטאג-☔️💨40
שבת-🌥42
זונטאג-🌤42

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט☁️🌛30
מאנטאג-🌤40
נאכט-🌛27
דינסטאג-🌥43
מיטוואך-🌧?36
ליל פורים-🌛☁️23
פורים -🌤37
פרייטאג-❄️35
שבת-🌤37




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל