רוסלאנד האט רעקרוטירט די ארמיי צו העלפן די שטאטישע אויטאריטעטן אין מאסקווע זיך ספראווען מיט א מאסיווע רעקארד ברעכנדע שניי שטורעם, די שניי ווערט באצייכנט אלס ״דער שניי פונעם יאר-הונדערט״ און האט אומגעווארפן טויזנטער ביימער, צושטערט בריקן און שאסייען, און גענצליך בלאקירט דעם שטאט. די אויטאריטעטן זאגן אז אין בלויז 36 שטונדן איז געפאלן מער שניי ווי עס פאלט געווענליך דורכאויס א גאנצן מאנאט אין דעם סעזאן. די שניי האט אויך אפגעהאקט עלעקטעריציטעט פאר טויזנטער איינוואוינער און עס איז באריכטעט געווארן איין טויטפאל.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל