פלארידע – אין ליכט פון דער שיסעריי ווואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אין פלארידע, האבן עלטערן פון די קינדער וואס לערנען אין דער שולע, זיך אנגעהויבן איינצוהאנדלען "בולעט פרוף" טאשקעס פאר די קינדער, צו מאכן זיכער אז זייערע קינדער זענען פון היינט אין ווייטער מער באשיצט אין פאל פון אן אטאקע. די טאשקע קאסט פון 200 ביז 500 דאלאר. עס קומט אויסגעשטאט מיט א געוויסע סחורה ענליך צו וואס בולעט-פרוף וועסטלעך פארמאגן. דער אייגנטימער פון דער פירמע וואס פראדוצירט די טאשקעס האט געזאגט, "אין די פארגאנגענע דאנערשטאג אליין האבן מיר פארקויפט איבער 500 שטיקלעך". עס איז דא צו באקומען די טאשקע אין פארשידענע קאלירן.

די פירמע פארקויפט נישט נאר בולעט פרוף טאשקעס, נאר אויך בולעט פרוף מאנטלען, און אפילו בולעט פרוף סוטס פאר די געפעפערטע פרייז פון 2,859 דאלער א שטיק.

לויפט און קויפט

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל