פלארידע - די קאר דינט אלס די צווייטע היים פאר מענטשן, וואו מ'בארואיגט זיך די נערוון בעת מ'געפינט זיך אינדרויסן פון שטוב...

די וואך פרייטאג צו נאכטס האט זיך אפגעשפילט אן אינצידענט, וואס האט איבערגעלאזט א פארשוין מיט וואונדן בשעת’ן פארברענגען רואיג אין דער קאר. דער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט אין פלארידא, ווען דער פארשוין איז געזעסן אין קאר פארנט פון זיין הויז זיך גרייטנדיג אוועקצופארן. פלוצלינג איז א קעצל ארויסגעשפרונגען אן קיין פריערדיגע ווארענונג, אריינגעטאנצט אין קאר וואו די פרוי איז געזעסן, אנגעהויבן אטאקירן דעם פארשוין און אים איבערגעלאזט מיט ערנסטע וואונדן. שפעטער ביים איבערקוקן די סורוועילענס קעמערא, זעט מען אז די פענסטער פון דער קאר זענען געווען אפן, און אזוי האט דאס קעצל געפונען א וועג אריין צום קאר און געקענט אנגרייפן דעם פארשוין. פון גרויס פאניק האט דער פארשוין גערופן די פאליציי, און יעדער איז געווען דערשטוינט צו זען ווי א קעצל, וואס טוט נישט געווענליך די סארט ווילדע זאכן, און איז פאררעכנט ווי א צוריקגעבליבענע באשעפעניש, האט זיך אזוי איזידעקוועט אויף דעם פארשוין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל