קאנגרעס האט נעכטן ווידער באשטעטיגט דעם קאנטראווערסיאלן פיסא פראגראם, וועלכע שענקט א ברייטע אויטאריטעט פאר אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן אונטערצוהערן קאמיוניקאציע און טעלעפאן געשפרעכן פון מענטשן איבער דער גאנצער וועלט, וועלכע קענען שטעלן א מעגליכן געפאר פאר דער אמעריקאנער נאציאנאלער זיכערהייט. אונטער דעם פראגראם קענען די אגענטורן אויך אונטערהערן אמעריקאנער בירגער, אויב זיי שטייען אין פארבינדונג מיט אויסלענדישע בירגער, און צו דעם פעלט נישט אויס קיין געריכטליכע ערלויבעניש, וואס פארלאנגט זיך געווענליך ביים אונטערהערן געשפרעכן פון אמעריקאנער בירגער.

די פיסא אקט, וואס איז געשריבן געווארן אין ליכט פון די 9/11 אטאקעס, האט נעכטן געדארפט באנייט ווערן דורך קאנגרעס, און געוויסע קאנגרעסלייט האבן פרובירט צו טוישן דאס געזעץ ווען עס קומט אונטערצוהערן אמעריקאנער בירגער, אבער די אפיציעלע שטעלונג פונעם ווייסן הויז איז געווען אז עס וועט קאמפליצירן די ארבייט פון די שפיאנאזש אגענטורן, האבן זיי אפעלירט צו קאנגערס צו באשטעטיגן דעם ביל אין איר היינטיגן פארעם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל