די עקאנאמישע וועלט איז לעצטנס אין א שטארקער דילעמע וויאזוי צו באהאנדלען דעם אויפשטייג פון דיגיטאלע קריפטא-וואלוטע, ספעציעל זינט די ביטקוין האט געגרייכט צו גאר א הויכן ווערד. דער אויפשטייג פון קריפטא-וואלוטע שטעלט א געפאר פאר'ן גלאבאלן עקאנאמישן סיסטעם, און פארשידענע רעגירונגען זוכן וועגן וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט. נעכטן האט א מיטגליד אין דער סאוט קארעא רעגירונג געמאלדן, אז די רעגירונג וועט פארווערן צו האנדלען מיט אזעלכע וואלוטע, און דערמיט איז זי די ערשטע רעגירונג צו נעמען אזא קלארע שטעלונג. דאס האט פארשטענדליך שטארק אפעקטירט די ווערד פון ביטקוין, וועלכע האט דראסטיש געטראסקעט מיט גאנצע 12 פערצענט, אבער שפעטער האט א ווארטזאגער פאר׳ן פרעזידענט געזאגט אז דער באשלוס איז נאכנישט ענדגילטיג, האט עס צוריק ארויפגעברענגט די פרייז דערפון און ס'איז געשטיגן מיט 7 פראצענט, אבער נאך אלס געבליבן מיט 5 פראצענט נידריגער ווי א טאג פריער. עקאנאמיסטן האבן אנגעוויזן אז דאס איז א ביישפיל ווי ריזיקאליש ס'איז צו האנדלען מיט אזא וואלוטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל