שוועדן מודה אז טוט נישט גענוג צו באוואכן אידן
דער שוועדישער אמבאסאדאר צו מדינת ישראל האט דערקלערט, אז זיין לאנד איז דורכגעפאלן מיט איר אויפגאבע פון באשיצן אירע אידן.

מאַגנוס העלגרען האט געזאגט די באמערקונג בשייכות עטליכע אטאקעס אויף אידן אין אידישע שולן, וואס זענען געקומען מיט'ן אויסרייד אז דאס איז צו פראטעסטירן פרעזידענט טראמפ'ס החלטה וועגן אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

לויט מערערע פרעסע-באריכטן, פילן אידן אין שוועדן זיך אומזיכער, און א סך האבן מורא צו טראגן יארמולקעס אויף דער גאס.

"אפילו אויב נאר איין איד טראגט זיך ארום מיט אזא פחד," האט דער אמבאסאדאר געזאגט אין א געשפרעך מיט דעם 'מקור ראשון' נייעס קערפערשאפט, איז עס אויך שוין צופיל.

בילד: מאַגנוס העלגרען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל