פרעזידענט טראמפ וועלכער געפונט זיך יעצט ביים אינטערנאציאנאלן סאמיט אין דאוואס האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט׳ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אין וועלכער ער האט אדרעסירט די לעצטערע אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און די פאלעסטינער אויטאריטעט, ער האט באשולדיגט די פאלעסטינער אויטאריטעט אין ״דיסרעספעקטירן אמעריקע״ צוליב די רעטאריק וואס פרעזידענט עבאס האט לעצטנס גענוצט קעגן פרעזידענט טראמפ און אזוי אויך דאס וואס די פאלעסטינער באאמטע האבן באיאקאטירט די לעצטע באזוך פונעם וויצע פרעזידענט פענס און זיך אנטזאגט פון זיך טרעפן מיט אים.

פרעזידענט טראמפ האט ווידערהאלט אז דאס אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל קען נישט דינען אלס תירוץ פאר די פאלעסטינער זיך צו ארויסדרייען פון פארהאנדלוגנען מיט מדינת ישראל, און האט אומצוויידייטיג פארלאנג פון די פאלעסטינער זיך צו אומקערן צום פארהאנדלונגס טיש, און אז אויב נישט וועט אמעריקע גענצליך אפהאקן די פינאנציעלע הילף וואס זי שענקט פאר די פאלעסטינער.

ער האט געזאגט אז די אדמינסטראציע האט גרייט א שלום פלאן און אז מדינת ישראל איז איינשטימיג צום פארהאנדלן, ער האט דערביי געזאגט אז וויבאלד מדינת ישראל האט באקומען ירושלים וועלן זיי מוזן נאכקומען די פאלעסטינער אויף אנדערע אישוס וועלכע זענען אויפ׳ן פארהאנדלונגס טיש.

אין די זעלבע צייט איז דער קעניג פון ירדן אויך ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט זאגנדיג אז די פאלעסטינער אויטאריטעט מוז פארריכטן אירע באציאונגען מיט וואשינגטאן און אז אמעריקע איז די שליסל צו פארהאנדלונגען צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.

בילד: פרעזידענט טראמפ: פאלעסטינער מוזן פארהאנדלן מיט מדינת ישראל צו באקומען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל