טוניס — צענדליגער טויזנטער זענען נעכטן ארויסגעקומען פראטעסטירן אין די גאסן פון פילע שטעט לענגאויס טוניזיע, וואס דאס איז שוין געווען דער פערטער טאג פון נאכאנאנדע אנטי-רעגירונג פראטעסטן, געצילט אויסצודרוקן וויי-געשריי איבער'ן שוואכן עקאנאמישן צושטאנד אין לאנד. די פראטעסטן האבן זיך אריגינעל אנגעהויבן זונטאג, אינעם זיבעטן יארטאג פון די יאר 11' פראטעסטן, וועלכע האבן עווענטועל געפירט צו א רעוואלוציע און צום אנהייב פון דעם "אראבישן פרילינג" לענגאויס אראבישע לענדער. די יעצטיגע פראטעסטן קומען פאר אין דער הויפטשטאט טוניס, און אין צוואנציג אנדערע שטעט איבער'ן לאנד, און עס זענען שוין געווען געשלעגן, פירנדיג צו 50 פארוואונדעטע אפיצירן און 237 ארעסטן. פרעמיער מיניסטער יוסעף טשאהאד האט פארשפראכן אונטערצודרוקן די פראטעסטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל