א בראנקס-איינוואוינער איז באפרייט געווארן פון תפיסה נאכ'ן פארברענגען דארט צוואנציג יאר צוליב א פארברעכן וואס ער איז נישט באגאנגען.

דער 47-יעריגער לערי מעקי איז מיט צוויי יארצענדליגער צוריק אנגעקלאגט און געפונען געווארן שולדיג אינעם מארד פון א 29-יעריגן מענטש.

מעקי, וועלכער האט קאטעגאריש געלייקנט די באשולדיגונגען, איז דעמאלט פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכער טורמע, און האט מיט דער צייט משלים געווען מיט'ן מציאות אז ער איז, ווי אזויפיל אנדערע, געפאלן א קרבן צו דעם פעלערהאפטיגן יוסטיץ סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן.

למעשה איז מיט עטליכע חדשים צוריק אויפגעשווימען א באווייז אין פארטיידיגונג פון מעקי, נעמליך, אז דער דערמארדעטער האט פאר'ן אויסגיין געזאגט פאר אנוועזנדע אז דער מערדער איז געווען א היספאנישער מאן, אין דער צייט וואס מעקי איז א שווארצער.

דורכאויס דער אויספארשונג, וואס האט גענומען ארום זעקס חדשים, איז מעקי'ס אדוואקאט דערגאנגען אז די פראקוראטאר, וועלכע האט געזוכט צו באקומען א שולדיג-אורטייל אויף מעקי, האט זיינער-צייט פארהוילן דעם שטיקל עדות'שאפט פון דער פארטיידיגונג. דאס האט געפירט דעם ריכטער ארויסצואווארפן דעם קעיס, און באפרייען דעם אומשולדיגן מעקי.

בילד: אומשולדיגער מאן באפרייט נאך צוואנציג יאר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל