פילאדעלפיע — איינוואוינער אין פילאדעלפיע׳ס צענטער געגנטער: זייט געווארנט נישט אנצורירן די גרויסע עלעקטער שטאנגען אויף די גאסן, וויבאלד איר וועט מעגליך פארשמירט ווערן מיט אויל און פעטנס...

די פילאדעלפיע פאליציי האבן זיך דערזען מיט א פראבלעם, אז יעדעס מאל ווען עס קומט פאר סיי וועלכע פייערונג אין דער שטאט, הויפטזעכטליך נאך גרויסע גוי׳אישע ספארטס שפילערייען, וועלן יוגנטליכע סעלעברירן און יובלירן אויף די גאסן, דורכ'ן ארויפקריכן אויף די גרויסע עלעקטער שטאנגען, וואס שאפט אן ערנסטע פובליק זיכערהייט געפאר. זיי זענען דעריבער אויפגעקומען מיט א פשוט׳ער און אלטמאדישער לעזונג, נעמליך צו באשפריצן די שטאנגען מיט אויל און פעטנס, יעדעס מאל וואס מען דערווארט אזעלכע סארט פייערונגען, אזוי אז ווען עמיצער וועט פרובירן ארויפצוקריכן אויף א שטאנג, וועט אים די שטאנג אויטאמאטיש אראפשליידערן...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל