די אמעריקאנער נעיווי האט געמאלדן אז זי וועט איינרייכן קרימינאלע קלאגעס קעגן קאמאנדירן פון צוויי נעיווי שיפן וועלכע זענען געווען פארמישט אין פאטאלע אינצידענטן וועלכע האבן געברענגט צום טויט פון 17 מאטראזן. די צוויי קאמאנדירן זענען אלפרעדא סאנשעז, דער קאמאנדיר פון יו-עס-עס פיצדזשעראלד, וועלכע איז אריבער אן עקסידענט פאריגן יוני אין וועלכע 7 מאטראזן זענען אומגעקומען, וואס ער ווערט אנגעקלאגט אינאיינעם מיט נאך עטליכע מאנשאפט מיטגלידער אויף פארנאכלעסיגקייט, אומווילנדיגע מארד, און פארלעצן מיליטערישע רעגולאציעס. ווי אויך וועט ווערן אנגעקלאגט דער קאמאנדיר פון דעם יו-עס-עס דשאן מקעין, וועלכער האט געהאט א פאטאלן צוזאמענשטויס מיט א ליביער ליפערונגס שיף, אין וועלכע 10 זענען אומגעקומען, אבער מיט לייכטערע קלאגעס. די טויט פון 17 מאטראזן האט געמאכט דאס יאר 17' פאר איינע פון אירע טויטליכסטע יארן זינט דעם צווייטן וועלט קריג. אויך האט דער הויפט אדמיראל פון די נעיווי טאמעס ראודען געזאגט, אז אין ליכט פון די דורכפעלער, זאגט ער זיך אפ פון זיין אמט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל