נעכטן איז באקאנט געווארן אז דעם זונטאג - אינעם לעצטן טאג פונעם פאריגן קאלענדער יאר - האט די רוסישע מיליטער געליטן שווערע שאדנס אין סיריע אכדעם וואס אן אטאקע פון רעבעלן האבן פארניכטעט זיבן רוסישע קאמפס פליגער אין א דארטיגע באזע, דער באריכט איז ערשינען אין עטליכע רוסישע מידיע קאנאלן וועלכע האבן עס באקומען פון מיליטערישע קוועלער. דאס איז די גרעסטע פארלוסט פון אמונציע וואס די רוסן האבן געהאט פון ווען זיי האבן אריינגעטרויטן אין די סירישע בלאטע.

אין די אטאקע וועלכע איז דורכגעפירט געווארן דורך א בריגאדע פון א איסלאמיסטישע רעבעלן גרופע אויף א רוסישע מיליטערישע באזע אין סיריע זענען אויך פארוואונדעט געווארן זיבן מיליטערלייט, די פליגער זענען געווען פיר סוכויע 24 און צוויי סוכויע 35 קאמפס פליגער און נאך א טראנספארט פליגער, דאס איז אויסער א מאגאזין פון אמונציע און באמבעס וואס איז ארויף אין פלאמען. אינעם זעלבן טאג פון די אטאקע האט די רוסישע מיליטער אויך באריכטעט איבער א מי-24 פליגער וואס האט אראפגעקראכט און די צוויי פילאטן זענען אומגעקומען.

לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן האבן די רעבעלן זיך באנוצט מיט פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו סאבאטאדשירן די ראדארן פון די פליגערס, וועלכע האט געצווינגען די פליגער׳ס צו לאנדען, אבער דער רוסישער שוץ מיניסטעריום האט דערווייל נישט רעאגירט צו די אלע באריכטן און עס בלייבט דערווייל אומבאשטעטיגט.

בילד: זיבן רוסישע קאמפס פליגער פארניכטעט אין סיריע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל