'קריף', די שירם-ארגאניזאציע פון פראנצויזישע אידן, האט פראטעסטירט דעם באשלוס פון דער ארטיגער רעגירונג, וועגן פריי-לאזן לעבאניזעשן מוסולמענער וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין שטיין הינטער א באמבארדירונג פון א שול אין פאריז אין 1980.

דער פארדעכטיגטער, וועלכער איז אויסגעליפערט געווארן פון קאנאדע קיין פראנקרייך, איז ארויסגעלאזט געווארן צוליב "מאנגל אין באווייזן," אבער די אידישע גרופעס טענה'ן אז דאס געריכט וואלט אים כאטש געדארפט שטעלן פאר א משפט, און דאן באשליסן צי ס'איז פאראן גענוג גרונט אים אנצוקלאגן אויפ'ן מארד פון די פיר מענטשן, וואס זענען אומגעקומען אין יענער באמבארדירונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל