אין די לעצטע טעג האט צירקולירט אויף דער סאציאלער מידיא אין אפגאניסטאן א ווידעא אין וועלכע מען זעט ווי אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן שיסן אויף רייזנדע אין א טראק, וואס שיינט צו זיין ציווילע בירגער, און די ווידעא האט ארויסגערופן אויפברויז און שטורעם אין אפגאניסטאן. א ווארטזאגער פאר׳ן אמעריקאנער מיליטער האט רעאגירט צום אויפברויז וואס עס ברענגט אין אפגאניסטאן, זאגנדיג אז דערווייל איז אומקלאר די פארלעסליכקייט פון דער ווידיא, אבער ער האט פארשפראכן אז דאס מיליטער פירט דורך א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין די דעטאלן פון דעם אינצידענט מיט דער פולסטער ערנסקייט. ער האט צוגעלייגט לגבי די ברוטאליטעט וואס מען זעט אויף דער ווידעא, אז עס ״טוט נישט רעפרעזענטירן דעם כאראקטער פון אמעריקאנער טרופן וואס ארבעטן אינאיינעם מיט די אפגאנער זיכערהייטס קרעפטן פאר'ן וואוילזיין פונעם פאלק אין אפגאניסטאן."

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל