וואשינגטאן – די "טי-עס-עי" האט נעכטן ארויסגעגעבן אן עמורדזשענסי פארארדענונג, אז מען זאל דורכפירן שטרענגערע אונטערזוכונגען אויף קארגא פליגערס וועלכע קומען אריין פון עטליכע לענדער. די פארארדענונג זאגט אז די לענדער וואס פאלן אריין אונטער די נייע שטרענגערע אונטערזוכונגען זענען עגיפטן, ירדן, סאודי אראביע, קאטאר און די יונייטעד אראב עמירעיטס – וואס אלע לענדער פארמאגן א מאיאריטעט-מוסולמענער באפעלקערונג, און דאס וועט ברענגען פרישע קריטיק קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז זיי צילן צו טשעפען און דיסקרימינירן קעגן מוסולמענער. די טי-עס-עי זאגט אז די ליסטע פון לענדער זענען באזירט אויף א באזונדערע טעראר-געפאר אפשאצונג פון יעדעס לאנד עקסטער, און אז עס וועט ארבעטן אז אויב סיי וועלכע אינפארמאציע איבער א פעקעדזש שטימט נישט, אריינגערעכנט אפילו די וואג, וועט עס אפגעהאלטן ווערן, ביז דער שיקער וועט אויסקלארן די דעטאלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל