עסטרייך – די פאליציי אין עסטרייך האבן ארעסטירט א פארשוין, אין פארבינדונג מיט אן אנטיסעמיטישן אינצידענט וואס האט פאסירט, ווען א אידישער רב פון וויען, עסטרייך האט באזוכט א געוועזענעם נאצישן לאגער, אינאיינעם מיט זיין אייניקל. דער אינצידענט האט פאסירט אין עבענסי, א שטילע שטאט אין עסטרייך, וואו די נאציס ימ"ש האבן אפערירט אן אונטערערדישע מינע, וואס האט געדינט ווי אן אפטיילונג פון דעם מאטהאוזען קאנצענטראציע לאגער, און אידן זענען דארטן געצוואונגען געווארן צו טאן די שווערסטע און שווארצסטע סארט ארבעט. היינט צוטאגס עקזיסטירן ליידער פילע געבויעטע הייזער העכער'ן ארט וואו עס געפינען זיך מאסן קברים פון אידישע קרבנות, און דער רב גייט יערליך צום ארט צו מאכן די ברכה פון "שעשה נס לאבי במקום הזה". היי יאר האבן אים אפגעווארט צוויי פארשוינען און אים געשריגן נאצי סלאגאנען און געמאכט נאצי סאלוטן, און איינער פון די 2 איז שוין אונטער ארעסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל