ארום א מאנאט נאך דעם שטוינענדן זיג פון דעם דעמאקראט דאג דשאונס אין דער רעפובליקאנער אלאבאמא, האבן דעמאקראטן אפגעצייכנט נאך א איבערראשנדן זיג אין א שטארק רעפובליקאנער שטאַט, ווען א דעמאקראט האט געוואונען א סטעיט סענאט זיץ אין א געגנט אין וויסקאנסין מיט אן אויבערהאנט פון 10 פראצענט, א דיסטריקט וועלכע דאנאלד טראמפ האט געוואונען מיט א באקוועמע 17% אויבערהאנט. דאס איז געווען טראצדעם וואס די רעפובליקאנער האבן דארט ארויסגעשטעלט א גוטן קאנדידאט, וועלכער איז שטארק געשטיצט געווארן דורך גאווערנער סקאט וואלקער, און האבן אויך אריינגעגאסן אסאך געלט אינעם פארמעסט. דעמאקראטן קוקן אויף דעם אלס א צייכן א זיי האבן א געלעגנהייט ביי די בעפארשטייענדע מיד-טוירם וואלן צוריקצוגעווינען א היבשע צאל זיצן, וועלכע ווערן יעצט געהאלטן דורך רעפובליקאנער. דער גאווערנער סקאט וואלקער האט זיך באצויגן צו דעם פארלוסט און עס אנגערופן א ״אויפוואכונג רוף״ צו רעפובליקאנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל