טראץ וואס די דעמאקראטישע באזע איז אויפגעהייטערט און פילע אנקעטעס צייגן אז די דעמאקראטן וועלן מעגליך באווייזן שטארקע זיגן אין די בעפארשטייענדע מיד-טוירם וואלן, איז אבער די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע וואס דארף פארפיגן אויף די פאליטישע אפעראציע אין א גאר שווערע צושטאנד, און ווערט געפלאגט פון אומארדענונג און אינערליכע כאאס לויט פילע קוועלער אין די פארטיי. דער ניי ערוויילטער טשעירמאן טאם פערעז האט אריינגעטרויטן אין אמט מיט א מיסיע צו פארריכטן די שאדנס וואס זענען אנגעמאכט געווארן דורך די פאריגע פארזיצערין דעבי וואסערמאן-שולץ מיט דעם וואס זי האט אויפגערעגט די באזע פון סאנדערס שטיצער וועלכע רעפרעזענטירן א גרויסע טייל פון די יונגע וויילער.

אבער שטייענדיג א יאר שפעטער טוט דער פארזיציער מודה זיין אז די פארטיי נאך אלס שטארק צוטיילט, און די דעמאקראטישע מאשין איז שטארק צובראכן, ״איך האב אונטערגעשאצט ווי ביטער די מצב איז ווען איך האב גענומען דעם דשאב״ האט פערעז געזאגט אין אן אינטערוויו. אינערליכע אקטיוויסטן זאגן אז דער פראבלעם הייבט זיך שוין אן פון פרעזידענט אבאמא וועלכער האט דורכאויס זיין קאדענציע זיך נישט אומגעקוקט אויף די קאמיטע, און דעריבער האבן זיי אויפגעטריבן גאר ווייניג געלט. אבער פערעז זאגט אז ער איז פארט אפטימיסטיש אז ביז די מיד-טוירם וועט די קאמיטע זיך צוריקכאפן אינגאנצן און העלפן קאנדידאטן איבער׳ן גאנצן לאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל