קענטאקי – פראקורארן אין קענטאקי האבן געעפנט א גרונטליכע אויספארשונג, נאכדעם וואס א באריכט איז אפירגעקומען אז א געוועזענער לאקאלע פאליציי געהילף שעף האט זיך באנוצט מיט גאר העסליכע ראסיסטישע אויסדרוקן, און האט דירעקטירט יונגע פאליציי אפיצירן זיך צו באגיין מיט ברוטאליטעט קעגן שווארצע.

די רעדע איז פון דער שטאט פראספעקט, אין לואיסוויל, קענטאקי, וואו דער פארשוין טאד שאו (Todd Shaw) האט געדינט ביז געציילטע מאנאטן צוריק אלס געהילף פאליציי שעף, און אין לויף פון זיינע יארן אויף דער פאזיציע האט ער נאכאנאנד זיך באנוצט מיט ראסיסטישע אויסדרוקן, און ביי איין פונקט האט ער געזאגט פאר עטליכע יונגע אפיצירן, וועמען ער האט געהאלפן טרענירן, אז ווען זיי זעען יוגנטליכע שווארצע רויכערן, זאלן זיי אויפ'ן ארט ארויסנעמען זייערע רעוואלווערס און שיסן. סיוויל רייטס אקטיוויסטן האבן געזאגט אז זיי וועלן אריינגעבן א פעטיציע צום פעדעראלן יוסטיץ דעפארטמענט, צו עפענען א סיוויל-רייטס אויספארשונג קעגן שאו.

בילד: טאד שאו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל