א פראמאנענטער סערביער פאליטיקאנט, אליווער איוואניוויץ, איז דערשאסן געווארן צום טויט פארנט פון זיין אפיס אין קאסאווא, די אטענטאט האט געפירט צו א דיפלאמאטישע קריזיס צווישן די לאנג-יעריגע פיינט קאסאווע און סערביע, און סערביער פארשטייער האבן געענדיגט פארהאנדלונגען וועלכע קומען פאר אין בריסל מיט די קאסאווער אלבאניער צוליב די אינצידענט.

דער 64 יעריגער איוואנאוויץ שטייט אין שפיץ פון די ״פרייהייט פארטיי״ וועלכע רעפרעזענטירט די סערבישע מינאריטעט אין קאסאווע וועלכע איז דאמינירט דורך די מערהייט וועלכע זענען פון אלבאנזער אפשטאם. קאסאווא האט דערקערלערט זעלבסשטענדיגקייט פון סערביע אין 2008 און דאס האט געברענגט צו א לאנג פארצויגענע קאנפליקט צווישן קאסאווא און סערביע וועלכע אנערקענט נישט איר זעלבסשטענדיגקייט.

די אינצידענט האט פאסירט אין די שטאט מיטראוויצע וועלכע איז צוטיילט צווישן עטנישע סערבן און קאסאווער אלבאנעזער, און שטייט אין צענטער פון די פארהאנדלונגען צווישן די צוויי זייטן, די יעצטיגע אינדצידענט טוט נאכמער קאמפליצירן די אנגעצויגענע צושטאנד צווישן די עטנישע סערבן און אלבאנעזער.

בילד: הויכראנגיקער סערבישער פאליטיקאנט אומגעברענגט אין קאסאווע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל