די בלוטיגע טעראר גרופע באקא-האראםהאט ארויסגעגעבן א פרישע ווידיא אין וועלכע זיי צייגן די מיידלעך וועלכע זיי האבן געפאנגען פון א שולע מיט 4 יאר צוריק אין אן אטאקע וואס האט אויפגעשטורעמט די וועלט, ווען באוואפנטע טעראריסטן זענען באפאלן א מיידל שולע אינעם שטאט שיבאק אין ניגעריע און פארכאפט 276 יונגע מיידלעך. זינט דאן האבן 57 מיידלעך באוויזן צו אנטלויפן, און נאך ארום הונדערט זענען באפרייט געווארן פאר אויסלייז געלט, און דערווייל זענען געבליבן נאך ארום 100 אין געפענגעניש ווי זיי שמאכטן שוין איבער 4 יאר.

אינעם ווידיא זעט מען אז די מיידלעך זענען אריבער א מח וואשעריי דורך זייערע פאנגער און זיי דערקלערן דארט אז זיי זענען גליקליך און אז זיי בעטן צום באשעפער אז מען זאל זיי קיינמאל נישט געפונען, און זיי זאלן זיך נישט דארפן אומקערן אהיים. אינעם זעלבן ווידיא ווערט אויך געזען דער פירער פון די ברוטאלע גרופע אבובאקאר שעקו ווי ער נעמט פאראנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע מיט צוויי וואכן צוריק אין וועלכע א העליקאפטער פונעם ניגעריער מיליטער איז אראפגעשאסן געווארן.

טעראר עקספערטן זאגן אז די ציל פון די ווידיא איז צו צייגן אז באקא האראם איז נאך אלס א מאכטפולע גרופע טראץ די גרויסע פארשריט וואס די מיליטער אין ניגעריע האט געמאכט אין די לעצטע  מאנאטן, און די באדייטנדע פארלוסטן וואס זיי האבן געליטן, דאס צייגן מאכט שענקט זיי א שטערקערע האנט אין פארהאנדלונגען וועלכע קומען פאר צווישן די גרופע און רעגירונגס פארשטייער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל