דער גאווערנער האט נעכטן געמאלדן אז טראץ די פעדעראלע שאט-דאון וועט די סטעיט דערווייל פינאנצירן די קאסטן פון האלטן אפן דעם סטאטוע אף ליבערטי און די ארומיגע פארק אינאיינעם מיט׳ן עליס איילענד פארק, דאס פלאץ איז היינט צוריק געעפנט געווארן, און דאס קאסט פאר די סטעיט ארום 65,000$ א טאג, אבער דער גאווערנער האט געזאגט אז עס איז וויכטיג אז ניו יארק זאל נישט לאזן אזא וויכטיגע סימבאל פארשפארט ווערן צוליב די אנגייענדע שטרייטן אין וואשינגטאן. דער גאווערנער האט געזאגט אז ביים פאריגן שאט-דאון האט עס גענומען 13 טעג צו צוריק עפענען אבער זינט דאן האט די סטעיט זיך אויסגעלערנט נישט צו לאזן וואשינגטאן פארקריפלן די סטעיט, ער האט געזאגט אז עס לוינט זיך פאר די סטעיט דאס צו דעקן פון אן עקאנאמישע שטאנדפונקט וויבאלד די פארלוסט פון טוריסטן קען ברענגען שווערערע עקאנאמישע שאדנס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל