פרעזידענט טראמפ האט היינט גערופן פאר די ארעסט פון הומא אבאדין, א לאנגיעריגע געהילף און ראטגעבערין פאר הילערי קלינטאן, צוליב פארנאכלעסיגן די רעגירונג פראטאקאל איבער וויאזוי צו האנדלן מיט סענסיטיווע רעגירונג דאקומענטן, דאס קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס די סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעלייגט אויף איר וועבזייטל אימעילעס וועלכע זענען געפונען געווארן אויף איר געוועזענעם מאנ׳ס קאמפיוטער, און ווי עס שיינט אנטהאלטן די אימעילס סענסעטיווע אינפארמאציע וועלכע האבן נישט געזאלט באהאנדלט ווערן דורך פריוואטע אימעליס.

דער פרעזידענט האט אינעם זעלבן טוויט אויך גערופן פאר אן אויספארשונג איבער דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר קאומי שרייבנדיג ״קרומע הילערי קלינטאן הויפט געהילף, הומא אבאדין, איז באשולדיגט געווארן אין פארלעצן מינימאלע זיכערהייט פראטאקאלן. זי לייגט קלאסיפיצירטע פעסווארדס אין די הענט פון אויסלענדישע שפיאנאזש אגענטן… טורמע! טיפע סטעיט (א קאנספיראטיווע צונאמען פאר ביוראקראטן) אינעם יוסטיץ דעפארטמענט מוזן עס נעמען אין די הענט אריין, אינאיינעם מיט קאומי און אנדערע״ֿ

די אימעילס זענען פארעפנטליכט געווארן דורך די סטעיט דעפארטמענט אויפ׳ן באפעל פון א ריכטער וועלכע האט באשטעטיגט א פארלאנג פון דרויסענדיג קאנסערוואטיווע גרופע ״דשודישיעל וואטש״ און דער פרעזידענט האט זיך באצויגן אויך צו אומבאשטעטיגטע באריכט אין די פרעסע אז אבאדין האט ווייטער-געשיקט די פאסווארדס פון אירע רעגירונג אימעיל קאנטעס צו איר פריוואטע ״יאהו״ אימעיל קאנטע, קורץ פאר עס איז באקאנט געווארן אז כמעט אלע יאהו קאנטעס זענען געווען אויסגעשטעלט צו העקערייען.

בילד: טראמפ אפעלירט צום יוסטיץ דעפארטמענט צו ארעסטירן קלינטאן געהילף

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל